Back to Top

Gershi Uri - keilee (omg) Lyrics



Gershi Uri - keilee (omg) Lyrics
Official




אן ארעמאן מיט קוים א רענדל רענדל
ווי אין די ביכער פון מנחם מענדל
שפאנט די פערד און אויפן קלאמקע ער קלאפט
אוי רבי איך בין אין צרות פארכאפט
איך וועל אייך זאגן רבי אפן אפן
צו אלע סגולות שוין ארומגעלאפן
דער רבי זאגט צו אים מיין קינד הערט קלאר
עס העלפט אויפן האר
א סגולה פון טויזענטער יאר
גוטער טאטע הער צו מיר קלי
קלי למה עזבתני
רחוק מישועתי
דברי שאגתי
מען דארף נאר בעטן צונעם קלי
קלי למה עזבתני
רחוק מישועתי
דברי שאגתי
איי אין אמעריטשקע איז שווערליך שווערליך
ווי אין די לידער פון ר' יום טוב ערליך
מ'פארט פון רעכטס צו לינקס
די וועג איז פארקרימט
פארגעסט זיך אמאל פון ווי אלעס קומט
איך וועל דיך זאגן ברודער אפן אפן
נאך אלע סגולות וואס מ'האט אויסגעטראפן
הער מיך צו מיין קינד ביי יעדע פראבלעם
נישט קיין חילוק ביי וועם
ארבעט די סגולה ביי אים
גוטער טאטע הער צו מיר קלי
קלי למה עזבתני
רחוק מישועתי
דברי שאגתי
מיטן תהילימ'ל קלי
קלי למה עזבתני
רחוק מישועתי דברי שאגתי
נאך עמוקה אין קברים
אין צפון און אין דרום
פון א מקובל א קמיע
א געבענשטע מטבע
פראבירט אפצושפרעכן עין הרע און גיסן בליי
געמיינט איך וועל א חתן שוין ווערן איינס צוויי
אדר אין לינזענסק
און אייר אין קערעסטיר
פאר גאראנטירטע צדקות געלט ווי א גביר
פון דרייסיג צדיקים כוס של ברכה אין א פלאש
קטורת פון קלף
געטראגן אזוב אין מיין טאש
ביז איך האב געשריגן צו אים קלי
קלי למה עזבתני
רחוק מישועתי
דברי שאגתי
מיטן תהילימ'ל קלי
קלי למה עזבתני
רחוק מישועתי
דברי שאגתי
[ Correct these Lyrics ]

[ Correct these Lyrics ]

We currently do not have these lyrics. If you would like to submit them, please use the form below.


We currently do not have these lyrics. If you would like to submit them, please use the form below.


English

אן ארעמאן מיט קוים א רענדל רענדל
ווי אין די ביכער פון מנחם מענדל
שפאנט די פערד און אויפן קלאמקע ער קלאפט
אוי רבי איך בין אין צרות פארכאפט
איך וועל אייך זאגן רבי אפן אפן
צו אלע סגולות שוין ארומגעלאפן
דער רבי זאגט צו אים מיין קינד הערט קלאר
עס העלפט אויפן האר
א סגולה פון טויזענטער יאר
גוטער טאטע הער צו מיר קלי
קלי למה עזבתני
רחוק מישועתי
דברי שאגתי
מען דארף נאר בעטן צונעם קלי
קלי למה עזבתני
רחוק מישועתי
דברי שאגתי
איי אין אמעריטשקע איז שווערליך שווערליך
ווי אין די לידער פון ר' יום טוב ערליך
מ'פארט פון רעכטס צו לינקס
די וועג איז פארקרימט
פארגעסט זיך אמאל פון ווי אלעס קומט
איך וועל דיך זאגן ברודער אפן אפן
נאך אלע סגולות וואס מ'האט אויסגעטראפן
הער מיך צו מיין קינד ביי יעדע פראבלעם
נישט קיין חילוק ביי וועם
ארבעט די סגולה ביי אים
גוטער טאטע הער צו מיר קלי
קלי למה עזבתני
רחוק מישועתי
דברי שאגתי
מיטן תהילימ'ל קלי
קלי למה עזבתני
רחוק מישועתי דברי שאגתי
נאך עמוקה אין קברים
אין צפון און אין דרום
פון א מקובל א קמיע
א געבענשטע מטבע
פראבירט אפצושפרעכן עין הרע און גיסן בליי
געמיינט איך וועל א חתן שוין ווערן איינס צוויי
אדר אין לינזענסק
און אייר אין קערעסטיר
פאר גאראנטירטע צדקות געלט ווי א גביר
פון דרייסיג צדיקים כוס של ברכה אין א פלאש
קטורת פון קלף
געטראגן אזוב אין מיין טאש
ביז איך האב געשריגן צו אים קלי
קלי למה עזבתני
רחוק מישועתי
דברי שאגתי
מיטן תהילימ'ל קלי
קלי למה עזבתני
רחוק מישועתי
דברי שאגתי
[ Correct these Lyrics ]
Writer: Naftali Schnitzler
Copyright: Lyrics © O/B/O DistroKid

Back to: Gershi Uri



Gershi Uri - keilee (omg) Video
(Show video at the top of the page)


Performed By: Gershi Uri
Language: English
Length: 3:36
Written by: Naftali Schnitzler
[Correct Info]
Tags:
No tags yet